Wednesday, 8 January 2014

bitsfit title


A Taste of Yiddish Test


To better enjoy the Yiddish proverbs and expressions you can now purchase the Yiddish Home Study Program 
containing a 350 page workbook and 2 CD's for just $99.00

Yiddish is one of the richest languages in the world
 filled with expressions, idioms and proverbs  
Yiddish In 10 Lessons Home Study Program is now on Sale for $99.00
Regular Price $129.

די וואָכיקע שפּריכווערטער
  • אַזוי ווי מיר זענען צו ג-ט אַזוי איז ג-ט צו אונדז
  • ווי מ'נעמט זיך פיר, אַזוי העלפט ג-ט
  • אַז מ'קלאַפּט אָן, ענטפערט מען
  • וואָס מ'גרייט זיך נישט צו אויף דער וועלט, דאָס נעמט מען נישט מיט אויף יענער וועלט

ר' לוי יצחק בּאַרדיטשעווער איז געווען בּאַוואוסט אַלץ אַ פאַרטיידיגונגס אַדוואָקאַט פאַר דעם יידישן פאָלק. ער האָט נאָר געזען דאָס גוטס אין יעדן מענטשן. מ'דערציילט אַז איינמאָל האָט ר' לוי יצחק געטראָפן אַ בּעל עגלה,שטיין אָנגעטאָן אין טלית און תּפילין בּײַ זײַן וואָגן און שמירט די רעדער אַז דער וואָגן זאָל פאָרן גלאַטיק. ער האָט אויפגעהויבּן זײַנע הענט צום הימל און אַרויסגערופן, “זע נאָר דײַנע קינדערלעך, טאַטע אין הימל, אפילו אין מיטן שמירן די רעדער דאַווענט ער."         ר 
ווען ר' לוי יצחק וואָלט געלעבּט הײַנטיקע צײַטן און וואָלט אַרײַנגעקומען אין בּית מדרש און דערזען ווי די יוגענט און אפילו אַזעלכע וואָס זענען נישט אַזוי יונג, טעקסטן מיטן טלית און תּפילין אָנגעטאָן, וואָלט ער זיכער געשתּדל'ט פאַר זיי און געזאָגט, “רבּונו של עולם זע וואָס פאַראַ אַ טײַער פאָלק דײַנע קינדערלעך זענען, אפילו אין מיטן טעקסטן דאַווענען זיי...."                                 י
מיינסטנס, האַלט איך מײַנע מיינונגען צו זיך. צו איינער איז אַ גלויבּער צו נישט אָדער צו איינער דאַווענט צו נישט.יעדער מענטש האָט דאָס רעכט און די פרײַהייט זיך אויסוואַלן ווי אַזוי ער וויל לעבּן. פונדעסוועגן, ווען איינער איז זיך מטריח אויפשטיין אינדערפרי און אין אָווענט לויפן אין שול אַרײַן דאַווענען מיט מנין, דאַרף ער פאַרשטיין אָדער לכל הפּחות טראַכטן וואָס ער טוט דאָרט און אויף וואָס ער איז געקומען. ווײַל ער איז געקומען דאַווענען און בּעטן אויף זײַן לעבּן. און טאָמער קען ער זיך נישט צוריקהאַלטן פון טעקסטן זאָל ער בּעסער בּלײַבּן אין דערהיים און נישט מאכן פון ג-טס הויז זײַן פּערזענלעכער קאָמוניקאַציע בּיוראָ
' ייד! איר טוט קיינעם נישט קײַן טובות